10/26/2008

א חתונה אין פאבריק

ווער געדענקט דען נישט וויאזוי ס'האט אויסגעזען א שבת ביים רבי'ן, א סדר ביים זיידן, אדער א ליל שישי אין ישיבה. אבער א חתונה אין פאבריק? ווער פראוועט דען א חתונה אין פאבריק? כ'מיין ס'פארמאגט דאך גארנישט קיין מחיצה וואו דער מאן זאל זיך שטעלן א וויילע איידער ער וועט אריינשיקן א קינד ארויסצורופן זיין פרוי.
פאר-זיך איז געווען א פנים חדשות ביי א גוי'אישע הייראט אין קירך. ווען זי איז נישט פארנומען געווען צו פאסמאקעווען זיך אז דער והוא ימשול בך איז אין דר'ערד דוקא ווען דער ודבק באישתו שפילט זיך אויס, האט איר מוח געווירבלט מיט פארגלייכן און קאנטראסטן א חתונה כדת משה וישראל צו א חתונה כדת ישוע ובאפטיזם. די תוך פונעם יפיפיתו של יפת איז געווען דאס אז חתן כלה שטעלן פאר דעם פראגראם און נישט עפעס באבסקע טראדיציעס. צום ביישפיל, חתן דנן ובתולתא דא לייגן גאר א שטארקן דגוש אויף נגינה, און דערפאר האט זינגעריי פארנומען גאר א באדייטנדע טייל פונעם צערעמאניע. נעמליך, חתן כלה האבן זיך אויסגעזינגען ליבע לידער און דברי חשק איינער צו אנדערן.
פאר-זיך איז אויך שטארק באאיינדרוקט געווארן אז די כלה זאגט אויך א געטריישאפט פארשפעכונג נוסח הרי את(ה), ווידעראום אידענטום שענקט די פריוויליגיע בלויז צום חתן. ווייניג ווייסט זי אז הרי את איז גארנישט קיין ליבע דעקלאראציע. נישטאמאל איז עס א צוזאג צו בלייבן געטריי, ווייל ער מעג דאך יא נעמען נאך ווייבער. וואזשע דען מורמעלט ער איר אין אויער אריין בשעת ער פאסט אן דאס פינגערל? אידענע, היינט האב איך דיר געכאפט. מהיום והלאה ביסטו צו א צווייטן אסור פונקט ווי חזיר. מקודשת!
פארט, מה בין בן-חמי לבני? די געסט זענען ווייניג און געלאדענט אויף אן אמת, און ווי דאס שפריכווארט גייט: ווי קלענער דער עולם אלס גרעסער די שמחה. מ'פריידט פון הארצן. ס'טייטש? פלוני(ת) חבר(ת)נו האט געפונען אמת'ע גליק! מ'עסט,מ'טרינקט, מ'לאכט, מ'פארברענגט,מ'ברומט זיך אונטער, מ'פויקט צום טאקט, ס'לאזט זיך ארויס אין א טענצל. א פאטש די האנט, א טופע די פוס, זוגות זוגות, האלט אייך, דריידט אייך, פריידט אייך. הורא! לעבעדיג זאל זיין!
ביי אנשי שלומינו אבער איז גארנישט ספאנטאן, נאר אלס איז פון פאראויס באשטימט פערציג טעג איידער די קערפער איז אויסגעקנאטן. פונקט ווי ביים שידוך טרעפט מען ליבע לויט די סארט, אזוי אויך ביים די חתונה קומט שמחה ווען באשטימט. זאקן מיט סימס פאר איר? ווייסע זאקן פאר אים? וויאזוי זי וועט גיין צוגעדעקט? און ער, וויפיל יאר אין כולל? איצטער וויינט מען ווייל ס'שטייט דאך אין די ספרים הקדושים, און איצט נעמט מען די בילדער. אוואו איז מומע שרה'קא? שרה! שרה'קא! מען כאפט שוין פיקטשערס! מ'גייט אריין, מ'גייט ארויס, א ציגערעטל, א סעלולאר געשפרעך, די שטריימל שאכטל, מזל טוב! נו. וואו האלט מען? מ'פירט שוין אונטער? ווער האט געהאט ברכה אחריתא? פארוואס נישט ר' חיים מנחם? ער גייט דאך צו זיין שיעור יעדע נאכט. ווער איז דער זינגער? אה! מזל טוב מחותן! זאל אוודאי דער אויבערשטער העלפן...אסאך געלט! אמן! דערלאנג זיי מוחל די פלאש. ווי הייסט דער חתן?
ווי הייסט דער חתן? האלא?
נו, א וואונדער אז ס'טאנצט זיך נישט? פארוואס דען יא? געווענטליך מאכן די חבירים לעבעדיג, און אז נישט טוט מען א מצוה מ'שפאצירט ארום ארום די זאל. אברהם פריד זינגט דאך אז מ'איז זוכה צו חמישה קולות.
דאס גאנצע חתונה איז מאנאטאניש, גרוי, און לוסטלאז. דאס טאנצן באדייטלאז. וואס איז דער פשט פון שפארן האנט צו האנט און ארומבלאנקעווען אזוי ציללאז? די חתן כלה שעמעוודיג און אומזיכער. די קרובים נערוועז, און די מחותנים אויסגעזעקלט אבער פרייליך. זיי האפן די זיווג וועט עולה יפה זיין. פארוואס דען נישט? די שטיבער שטימען דאך.
דאס עצם הייראטן איז בלויז נאך א שטאפל אינעם אסעמבלי ליין. א בחור אדער א מיידל איז ווי אן אומאפגעפארבטער אוטא. וואס זאל זי טון? לערנען קינדערגארטן ווען אלע פריינדינעס שטופן קינדער וועגעלעך? און ער? ווילאנג קען ער דאווענען אנע טלית? ער קען דאך נישט זיין צו שפאט. אויף צום לערנען איז ער שוין צוערוואקסן, און ארבעטן טאר מען נישט, מ'עט דאך נישט קענען קיין שידוך טאן. טא, מאכט מען זיי חתונה. און פרייליך זאל זיין ווער? קיין חילוק ווילאנג די חתונה-נאכט, טייערע חתן כלה, ענדיגט זיך דאס צום סוף, און דערנאך קומט א טאג, און דערנאך נאך איינס. אז מען האט געזוכט איז שייך צו פרעגן מצא או מוצא, ס'פארט ריזיקאליש. אבער אז מען בעשויעט אזוי איינס צוויי מאל, נו וואסזשע האסטו געמיינט? סא פראסטער געמבל!
א חתונה אין פאבריק.

3 תגובות:

On Her Own אמר/ה...

I would be really interested it reading this response. Unfortunately, I don't read Yiddish and Google translates this as Hebrew, which is clearly not very helpful. Anyway you can do an English translation (at least the parts you feel are most relevant?)

Product אמר/ה...

I will try.
Email me, and I will reply; I just don't want to post the translation.

avizaz אמר/ה...

לאחרונה עברתי חתונה ומאוד עזרת לי פה, פאבריק.