10/18/2008

שבת'דיגע חידושים

יום טוב ברויך מען מער צו דאווענען אדער גאר ווינציגער? פרייטאג צונאכטס חול המועד שנייט מען אויס שטיקער קבלת שבת בכדי נישט אויפצוהאלטן די סעודה משום שמחת יום טוב, אבער אינדערפרי צעגערט מען ארום מיט הלל, הושענות, און קהלת. בכלל איז דער ענין פון שמחת יום טוב און טירחא דציבורא פארוואלקנט. נעמט למשל א שבועות: מען זאגט גאר לאנגע פיוטים, גאנץ הלל, און רות, אבער צום ליינען רופט מען אויף פינף אנשטאט די שבת'דיגע זיבן משום טירחא דציבורא.
כ'האב געקלערט צו פארלייכן די סוכה וואס באשיצט מזרם וממטר צו די קהילה לעבנס שטייגער ווי מען לעבט אין א געטא באשיצט פון די פרייע ווינטן וואס בושעווען אויף די גאס. די גמרא פארציילט אז ביים גרויסן טאג וועט גאט די פעלקער משפט'ן הלמאי זיי האבן די תורה נישט מקבל געווען און וועט זיי שענקן א לעצטע געלעגנהייט און זיי הייסן סוכות אויפשטעלן. וועט גאט די זון ארויסנעמען פון איר שיידל און בראטן איבער די סוכה'לעך. אז די גויים וועלן זיך שפירן הייס וועלן זיי א קאפע טון די סוכה און ארויס. די באדייט איז אז גאט וועט די פעלקער צימבלן פארוואס זייער יוגענט האט פארלאזט איטליכער זיין טראדיציע אינעם אמעריקאנעם כור ההיתוך, און זיי פארווארפן אז דאס קומט ווייל זיי האבן קיין סוכה געמאכט גלייך ווי די חסידים האבן געטאן מיטן זיך איינשליסן אין א פארמאכטן געגענט און אויפגעשטעלט משמרת'ן צו היטן אויף צניעות ופרישות ווי די סאודיער מוטאווען.
דאס איז דער פשט, ולקחתם לכם ביום הראשון, זאגט דער מדרש ראשון לחשבון עוונות. שטעלן זיך אלע וואס עפעס הייבט זיך סוכות אן א פרישן עוונות בלעטל און נישט באלד נאך יום כיפור. אבל ע"פ דרכנו יובן, לעולם הייבט מען שוין אן צו זינדיגן באלד ווי מען לייגט אוועק די קיטל, אבער ס'זאל זיין ווער עס האלט חשבון דערויף דאס איז מען זוכה טאקע נאר דורכ'ן סוכה.
מ'האט דערמאנט ביים טיש די מדרש וואס דערציילט אז די שלאנג האט געהאט הענט און פיס בעפאר גאט האט אים פארשאלטן ער זאל אויפן בויך קריכן. גיב איך א זאג מיין שווער, "פארהאן שלענג וועלכע האבן אונטער די שיפן אזוינע ביינער וואס אנדייטן א באהעפונגס ארט פאר די פיס טראצדעם וואס זיי האבן גאר קיין פיס נישט."
נו, האט מען געפישטעט אזוי ווי מען קען טאקע זיך איבערצייגן אין די ווארהייט פון די מדרשים.
זאג איך ווייטער, "ס'פארהאן וואלן פיש וואס האבן אונטער די דיקע פליס-פעדער-הויט קארפאלן ביינער פונקט ווי באשעפענישן וואס האבן פינף פיגער. אויך די ביינער פון פליגל זענען גאר ענדליך צו די ביינער פון האנט. צו וואס טויג זיי פינגער-ביינער אז זיי האבן גאר קיין פינגער נישט?"
"און די פארשער האבן גארנישט קיין ערקלערונג דערויף?" וואונדערט זיך מיין שווער.
"זיי זאגן גראדע יא עפעס, נאר ס'איז הוילע נארישקייטן, פארשטייט זיך. זיי פרובירן אויפצואווייזן כאילו דער מענטש, די חיות, פיש, און פייגל האבן זיך פונאנדעגעשיידט צו אנטוויקלן איטליכער זיין זאך שפעטער ווי די פינגער זענען געפארעמט געווארן. דאס זעלביגע ווילן זיי זאגן איבער די שלאנג'ס פיס."
"לעכערליך", האב איך מוסיף געווען. עס איז אבער געווען גענצליך איבעריג. ער האט מילא נישט פארשטאנען וואס כ'האב גערעדט.
אדער האט ער זיך געמאכט ווי ער כאפט גארנישט?

2 comments:

אנונימי אמר/ה...

Welcome welcome! Looks like a product of Yesivahs Katla Kanya

Ier Zugt Ziear Git Keep it up

mMn IdeaScale אמר/ה...

Yamaha R15 dan Yamaha R25 Motor Sport Racing dan Kencang dan Review Mobil Proton Indonesia Terbaik