10/12/2008

אשמנו, בלוגרנו...

מחרת יום כיפורים התשס"ט

ווי אלע גאטספארכטיגע אידן, האב איך זיך אויך פארגענומען פרומע קבלות צום נייעם יאר.
אנומעלט, אז כ'האב גוט אויסגעוויינט מיין פארווייטאגט הארץ צום טאטן אין הימל, האב איך זיך דערקלערט אז כ'ברויך א געשעפט מיט גאט צומאכן. אז ער וועט מיר א חיים טובים אפשרייבן, ס'הייסט די זעלישע כוח דאס משוגעת צו דערהייבן, וועל איך מדה כנגד מדה א פעולה טאן דאס משוגעת צו ארויסהייבן. און אט אזוי, ווען מיין שכן האט א תשובה געמאכט אויף אינטערנעט זינד און אלע וויילע געבלאזענע טישוס אונטערן מחזור'ס הארטע באנד פארשטעקט, האב איך פון אט די גארער זינד א קבלה געמאכט.

עס קומט אויפן זיכרון א חסידישע מעשה'לע. נעמליך דער פארשיסכער איז נאכן לובלינער רבי'ן תשליך געגאנגען. אז דער רבי האט דעם זיידענער זשופיצע אפגעשאקלט פון עוונות, האט דער פארשיסכער א תנועה געמאכט כלומר ער קלויבט די עוונות צונויף. אויף די תמיהה פון די חסידים האט ער ערקלערט באשר דאס דעם רבי'נס עוונות איז ביי אים גאר מצוות נחשב. דערפאר איז דעם רבי'נס א ווארף ביי אים ווי א געווינס באטראכט.

אלזא, איך האב מיין קהילה פונלאנג געהאלטן אז זי פאלט פלאים. חסידים בכלל, און סאטמאר'ער חסידים וועלכע איך קען פון דערנאענט בפרט, ווארפן בידיים אוועק דאס תוכיות און דערהער פון רעליגיע. און דאס וואס זיי ווארפן נישט אוועק שטייען זיי אויס צו פארלירן שלא מדעת. חסידישע אינסטיטוציעס זענען פאבריקן אויסגעשטאט מיט אזוינע כלים געאייגענט פאר מאסן פראדוקציע פון חסידישע ראבאטן לער פון איעדעס געפיל צו גאטס דינסט. מען לעבט גאר אין א יישוב וואו פרומקייט איז געשעצט נאר אויב פאפולאר, וואו שעפערישקייט איז מבוזה אפילו לענין עבודת השם, און וואו אן אבנארמאל געפירעכץ איז עפעס א חיסרון אין דעה.

רבותי! רעליגיע איז נישט אינדוסטריאל! מען קען גארנישט קאמערציאליזירן א אידיש הארץ! עס מוז נישט יעדער א טייער אתרוג האבן, עס פארלאנגט זיך נישט איעדער גיין אנגעטון אזוי אדער אזי, און ס'גאר נישט שייך צו פסק'ן וויאזוי א מינהג צו פארטייטשן. מאנכע האבן אמאל געזאגט אז משה רבינו וואלט קוים די אידן אלס די בני ישראל דערקענט. א גרעסער איראניע איז אז די חסידים וואלטן משה'ן פאר א מעמבער נישט אנגענומען ווייל ער איז העט אנדערש פון זיי געווען.

דעריבער, אז כ'האב זיך נעכטן ווידוי געקלאפט, האב איך געהאט אין זינען צו אויסשרייען תגר אט דא פאר אלע חסידישע משוגעת'ן הגלויים לנו. זאל עכ"פ דער חכם זען און מוסר נעמען, ווייל מיטן נאר קען מען דאך גארנישט מאכן. ושאינם גלויים לנו, זאל זיין יהי רצון כאילו כ'האב געשריבן דערוועגן, אמן ואמן.

אין תגובות: