10/13/2008

ווייסע שדים

האט רבן שמעון בן גמליאל געזאגט: די אידן האבן אזוינע פעסטיוואלן ווי ט"ו באב און יום כיפורים נישט געהאט. אין די טעג האבן די ירושלימער טעכטער זיך אין ווייסן געקליידט און אין טענץ פארגאנגען איבער די וויינגערטנער. און וואס האבן זיי דען געזאגט? בחור! הייב נאר דיינע אויגן אויף און גיב איין קוק. נאך וואס זאלטו זיך אויסקלייבן? א גאט-פארכטיג מויד זאלסטו זיך אויסקלייבן (תענית, כו).
אבער אז ירושלים איז פארוויסט געווארן און א בחור וועלכער שטייט איין פרסה ראדיוס פון מוידן אין טענץ וועט שוין קיין שידוך טאן, פונוואנעט נעמט מען דאס היינט גאט-פארטיגע מוידן? נישטא!
נו, זאל מען זיך שוין אין ווייסן אויך נישט קליידן? חלילה. איז גע'פסק'נט געווארן די מינהג אז אלע סאטמארע פרויען וועלכע פארדעקן א גאנץ יאר די געגאלטע קעפ מיט שייטלן אדער שפיצלעך, זאלן זיך אום יום כיפורים דוקא אין א ווייס טיכל פארשלייערן.
איז צו דערהערן אז גאט קימערט זיך גארנישט ווי מען גייט א גאנץ יאר, נאר דעם איינעם טאג זאל מען גיין פרום? אדער די קהילה קימערט זיך גארנישט א גאנץ יאר אויב גאט קימערט זיך, נאר דעם איינעם טאג קימערט זי זיך?
תיקו.

אין תגובות: