12/10/2008

ישקני

שווער צו זיין א שיינער איד אין אן אכשר דרא'דיגע קהילה. פארצייטנס אז מ'האט געגעסן שמירה נישט געבראקטס, געקליידט זיך אין נישט וואלענע בגדים, און געלייגט רבינו תם'ס איז מען שוין געווען א גאנצער צורבא מדרבנן. בזמן הזה, אבער, ווען די אינדוסטריאלע רעוואלאציע האט דערגרייכט חסידימיזאציע איז גאר נישט אזוי לייכט צו דעמאנסטראטירן מוחין דגדלות. כ'מיין אין פאליש דאווענט מען דאך אויך נוסח ספרד און אפילו די אינגעלייט וואס גייען אין דזשעקעטס איבערן טאג טוען דאך זיך אויך איבער אין לאנגע רעקלעך ווען זיי גייען ארויף צו א וואכנאכט. נאר וואס זאל טון האי חסידא ופרישא אז ער האט נעבעך א פרומע נשמה? זאל ער פאסטן א דרייערל? דאס איז נישט לפי כוחו, און דאס אז ער נעמט י"ב חלות צו די שבת'דיגע סעודות זעט דאך נישט קיינער.

אלזא, ברויך ער אפירצוקומען מיט עקזאטישע מעטאדן צו פעסטשטעלן זיין סטאטוס אלס משכמו ולמעלה גבוה מן העם. איין טאקטיק איז אויפצושטאפן די מקוה'ס בור השקה. פאר עמך איז גענוג גוט צו טובל'ן זיך אין פשוטע וואסער, אבער פאר אונזער צדיק פעלט זיך אויס א טבילה לקודש.

שטייט ער אזוי נאקעט און אויסגעדרייט צו דער וואנט אין וואסער ביז צו ברוסטן, שלעפט פאמעליך ארויס די שטאפער פון השקה לעכל, און שטעלט עס פארזיכטיגערהייט ארויף אויפן רים. ער לייגט די הענט הינטער די אויערן און שארט אראפ פיאות הארעלעך אזויווי ער טוט פאר ער שטעלט זיך שמונה עשרה. ער לאדנט אן צוויי לונגען מיט פארע, און לאזט זיך אראפ מיטאמאל צו די טיפענישן פון די הייסע מקוה. א שנירל בלעזלעך שלענגלט זיך ארויף פון זיינע נאז לעכער ביז צום אויבערפלאך און ווערט פארשוואונדן אינעם אטמאספער. דער צדיק פרובירט אויס ווי לאנג ער קען זיך דערהאלטן די אטעם אונטערן וואסער, אבער נאך אפאר מאמענטן גיט ער אויף און זיין קערפער שפרינגט ארויף צום וואסערפלאך ווי א סובמארין נארוואס אויסגעליידיגט די באלאסט טאנקן.

דער צדיק קרעכצט אפ מיט פארגעניגן, וכל העם עונים אחריו, מקודש! מקודש!